Bild på elever som leker på skolgården

אונדזערע ספּעציעלע שולעס

די מלוכישע ספּעציעלע שולעס, עס זײַנען דאָ פֿינף ראַיאָניקע און דרײַ נאַציאָנאַלע אַזעלכע שולעס, נעמען אַרײַן תּלמידים װעלכע באַדאַרפֿן אַן אַלטערנאַטיװ צו דער פּשוטער עלעמענטאַרשולע.

די טאַטע-מאַמע קערן געבן אָן אויף אַ ספּעציעלער שולע פֿאַר זײער קינד. אויב די שולע איז װײַט פֿון דער הײם קען מען באַקומען אַ װוינונג בײַ דער שולע און אַ מיגלעכקײט איז דאָ פֿאַר אַן אַקטיװער פֿרײַצײַט אין משך פֿונעם זמן.

אונדזערע רײַאָניקע ספּעציעלע שולעס

טויבע תּלמידים אָדער תּלמידים מיט אַ געשעדיקטן געהער קענע שטורירן בײַ אונדערע רײַאָניקע ספּעציעלע שולעס. מע לערנט זיך אי אויף שװעדישן שטום-לשון אי אויף גערעדטן אָדער געשריבנעם שװעדיש. די ספּעציעלע שולעס באָטן אָן אַ
שפּראַך-סיטואַציע װאָס מאַכט עס מיגלעך צו תּמיד ניצן אי שטום-לשון אי שװעדיש אין דער שולע. דורך דער דאָזיקער צװײשפּראַכיקײט לײגט עס זיך אויפֿן שֹכל אַז די תּלמידים שטודירן װײַטער און װערן אַ טײל פֿון דער געזעלשאַפֿט.

• די קריסטינאַ-שולע (Kristinaskolan)און הערנעסאַנד
• די מאַנילאַ-שולע (Manillaskolan)אין שטאָקהאָלם
• די בירגיטאַ-שולע (Birgittaskolan)און ערעבראָ
• די װענער-שולע (Vänserskolan) אין װענערסבאָרג
• די עסטערװאָנג-שולע (Östervångskolan) אין לונד.

נאַציאָנאַלע ספּעציעלע שולעס

די שולעס מיט תּלמידים פֿון איבערן גאַנצן לאַנד האָבן באַזונדערע מינים תּלמידים. זײַנען לערערײַ, סבֿיבֿה און אופֿנים פֿון קאָמוניקאַציע צוגעפּאַסט צו די תּלמידים.

די אָסבאַקאַ-שולע (Åsbackaskolan)אין ערעבראָ, פֿאַר תּלמידים מיט אַ געשעדיקטן געהער קאָמבינירט מיט אַ גײַסטיקער מניעה און תּלמידים װעלכע זײַנען טויב-שטומע געבוירן געװאָרן. די שולע באָט אָן אַן אויסבילדונג צוגעפּאַסט צו די באַדאַרפֿענישן פֿון יעדן תּלמיד. עס איז װיכטיק פֿאַר אונדז צו אַנטװיקלען דעם װילן און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע געפֿיל און די קאָמוניקאַציע אין אַ צװעשפּראַכיקע סבֿיבֿה פֿון יעדן תּלמיד.

די העלסבאָ-שולע (Hällsboskolan)אין שטאָקהאָלם און אומעאָ, פֿאַר תּלמידים מיט אַ שװערן שפּראַכיקן שטער. די שולע באָט אָן אַ לערערײַ װאָס פֿאָקוסירט אויף שפּראַך און קאָמוניקאַציע אויף פֿאַרשײדענע אויפֿנים. מע טוט דאָס אין אַ לערן-סבֿיבֿה באַזירט פֿון די אינדיװידועלע באַדאַרפֿענישן פֿון די תּלמידים.

די עקע-שולע (Ekeskolan)אין ערעבראָ, פֿאַר תּלמידים מיט געשעדיקטע אויגן קאָמבינירט מיט אַנדערע פֿיזישע אָדער פּסיכישע שװעריקײטן. די שולע באָט אָן אַ צוגעפּאַסט מין לערערײַ אין דער שולעס לימודים און די תּלמידים לערן זיך פּינקטל-שריפֿט, אָריענטירונג און באַװעגונג און אויך װי אַזוי צו פֿירן זיך אַלײן לויט די אינדיװידועלע באַדאַרפֿענישן פֿון די תּלמידים.

צו זײַן אַ תּלמיד אין אײן פֿון אונדזערע ספּעציעלע שולעס

מיר באָטן אָן אַ סבֿיבֿה פֿאַר די תּלמידים װאָס מאַכט עס מיגלעך צו באַטײליקן זיך און אַנטװיקלען זיך. יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, צוהערן, און זיך אַנטװיקלען װי אַן אינדיװיד.

די אויסבילדונג איז ניט אַזוי אַנדערש פֿון דער געװענטלעכער שולע. אָבער די װאָס אַרבעטן בײַ אַ ספּעציעלער שולע זײַנען מבֿינים פֿון מאַכן די אויסבילדונג צוטריטלעך לויט די באַדאַרפֿענישן פֿון דער שולעס תּלמידים. אין דער ספּעציעלער שולע אַרבעטן אַ סך לערערס און מע האָט ניט אַזוי גרויסע תּלמיד-גרופּעס צוליב דעם װאָס מע װיל קענען צופּאַסן די אויסבילדונג צו די באַדאַרפֿענישן פֿון די תּלמידים. מע גײט אין דער ספּעציעלער שולע צען יאָר. עס איז אויך דאָ אַ פֿאָרשולע-קלאַס בײַ יעדער ספּעציעלער שולע אַחוץ פֿון דער העלסבאָ-שולע אין שטאָקהאָלם.

Publicerat onsdag 4 januari 2017 Granskat onsdag 11 januari 2017