Läromedelsutställning

צוטריטלעכע לערן-ביכער

אונדזער ציל איז אַ שולע װוּ אַלע תּלמידים באַקומען אַ גלײַכרעכטיקע אויסבילדונג. איז עס װיכטיק אַז די לערן-ביכער זײַנען צוטריטלעכע און אַז זײ פּאַסן זיך מיט די סיטואַציעס פֿון פֿאַרשײדענע תּלמידים.

מיר געבן עצות אויך װעגן לערן-ביכער. אָפֿט מאָל איז דער לערערס אויסקלײַב פֿון לערן-ביכער װיכטיק װען עס קומט צו גלײַכרעכטיק ספּראַװענען זיך מיט דער שולע.

אין אונדזערע אויסשטעלונגען װעגן לערן-ביכער און אויף אונדזער װעבזײַטל האָבן מיר צונויפֿגעזאַמלט לערן-ביכער װעגן דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע און מאַטעריאַלן פֿאַר תּלמידים אין פֿאַרשײדענע מינים שולעס. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז אויב דו װילסט באַזוכן אײן פֿון אונדזערע אויסשטעלונגען.

מיר פּראָדוצירן כּלערלײ לערן-ביכער כּדי צו קאָמפּענסיקן פֿאַרן קאָמערציעלן מאַרק. מיר פּאַסן אויך צו לערן-ביכער פֿון פֿאַרלאַגן און סטימולירט די אַנטװיקלונג און דעם אָנבאָט פֿון ספּעציעלע פּעדאַגאַגישע לערן-ביכער דורך עקאָנאָמישער קאָנסולטאַטיװער אונטערשטיצונג צו פֿאַרלאַגן.

Publicerat onsdag 4 januari 2017 Granskat onsdag 11 januari 2017