Barn bygger med tidningspapper

אונטערשטיצונג דורך דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע

די לערן-סבֿיבה מוז זײַן צוטריטלעך צו יעדן תּלמיד. כּדי צו געבן אַ גלײַכרעכטיקע אויסבילדונג צו די קינדער, יוגנט און דערװאַקסענע װעלכע באַדאַרפֿן אונטערשטיצונג דאָרף מען קענטשאַפֿט װעגן צוטריטלעכקײט.

אַן אונטערשטיצונג קען למשל זײַן אַז די שולע באָט אָן אַלע תּלמידים צו לײענען, שרײַבן און רעכענען אויף װאָסער אופֿן װאָס איז גוט פֿאַר זײ. אַן אונטערשטיצונג קען אויך זײַן אַז די לערערס האָבן סטראַטעגיען כּדי צו צופּאַסן די לערערײַ און די לערן-ביכער. און אַז די שולע-אָרגאַניזאַציע האַלט קענטשאַפֿט װעגן װי אַזוי זיך צו באַטײליקן, באַגריסן, אַלטערנאַטיװע אינסטרומענטן, פֿיזישער צוטריטלעכקײט און צוגעפּאַסטן פֿיזישן אַקטיװיטעט.

מיר פֿאַרנעמען זיך מיט צוזאַמענאַרבעט

קינדערגערטנער, שולעס אָדער אויסבילדונגען פֿאַר דערװאַקסענע קענען שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז צו באַקומען עצות װעגן ספּעציעלע פּעדאַגאָגישע ענינים. מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט קאָמונעס און פּריװאַטע קינדערגערטנער און שולעס. מיר אַרבעטן אַזוי דורך אונדזערע פֿינף ראַיאָניקע אָרגאַניזאַציעס. בכלל שטעלט זיך אַ דירעקטאָר אָדער אַן אַרבעטסגרופּע זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזערע עצה-געבערס פֿון דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע. די פֿראַגעס קענען למשל האַנדלען זיך מיט פּעדאַגאָגישע סטראַטעגיען און קוקװינקלעך, פּעדאַגאָגישע קאָנסעקװענסן פֿון אַ פּסיכישער אָדער פֿיזישער שװעריקײט. אָבער מיר קערן אויך שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט שולעס אָדער קאָמונעס כּדי צו שמועסן װעגן זײערע באַדאַרפֿענישן לגבי פּעדאַַגאָגישן שטיץ.

מע קען אויך בחנים װײַטער אויסבילדן זיך בײַ אונדז. לערערס און דירעקטאָרן פֿון שולעס זײַנען װיכטיקע קליענטן בײַ אונדז. אַלע מינים שולעס קערן באַקומען שטיץ פֿון אונדז לויטן געזעץ װעגן שולעס קאַפּיטל 1 1 §.

עקסטרע אונטערשטיצונג מיט אָפּשאַצונגען פֿון דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע

בײַ אונדזערע נאַציאָנאַלע רעסורס-צענטערס פֿירט מען דורך ספּעציעלער פּעדאַגאָגישער אָפּשאַצונגען. אַ גרופּע מיט פֿאַרשײדענע מינים קאָמפּעטענצן פֿירט די אָפּשאַצונגען אָן צוזאַמען מיט לערערס פֿון די קינדערגערטנער אָדער שולעס און אַנדערע מענטשן װעלכע זײַנען װיכטיקע פֿאַרן קינד אָדער תּלמיד. די רעסורס-צענטערס באָטן אויך אָן קורסן פֿאַר מאַמעס און טאַטעס.

די רעזורס-צענטערס נעמען אַרײַן קינדער און תּלמידים מיט:

• געשעדיקטע אויגן אומאָפּהענדיק פֿון אַנדערע פֿיזישע אָדער פּסיכישע שװעריקײטן.
• אַן ערנסטן שפּראַכשטער.
• געשעדיקטן געהער קאָמבינירט מיט אַ גײַסטיקער מניעה און/אָדער אַוטיזם און
• געבוירנער טויב-בלינדקײט.

Publicerat onsdag 4 januari 2017 Granskat onsdag 11 januari 2017