אונדזער אַרבעט

דער שולע-אינסטאַנץ פֿאַר דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע (SPSM) אַרבעט צו העלפֿן קינדער, יוגנט און דערװאַקסענע צו ספּראַװענען זיך מיט דער אויסבילדונג. אַרבעטן מיר מיט ספּעציעלן פֹעדאַגאָגישן אונטערשיץ, אויסלערנונג אין ספּעציעלע שולעס, צוטריטלעכע לערן-ביכער און עקאָמאָמישער אונטערשטיצונג מיט מלוכישע געלט.

מיר אַרבעטן מיט:
• ספּעציעלער פּעדאַגאָדישער אומטערשטיצונג
• לעקציעס אין ספּעציעלע שולעס
• צוטריטלעכע לערן-ביכער
• מלוכישע געלט

מיר קענען די פּעדאַגאָגישע עפֿעקטן פֿון פֿאַרשײדענע פּסיכישע און פֿיזישע שװעריקײטן. באָטן מיר למשל אָן אַן אונטערשטיצונג װען עס קומט צו העלפֿן תֹּלמידים לערנען זיך אַלײן, דער אַרבעט פֿון די לערערס אָדער דער אָרגאַניזאַציע.

יענער אײנער האָט אַ רעכט צו אַ גוטער אויסבילדונג, אומאָפּהענגיק פֿון פֿונקטיאָנאַליטעט. דאַרף מען קענטעניש און קאָמפּעטענץ אין קינדערגערטנער, שולעס און אויסבילדונגען פֿאַר דערװאַקסענע.

דער קאָמפּעטענץ אָנגעבאָטן פֿון אונדז דערגאַנצט די ספּציעלע פּעדאַגאָגישע רעזורסן װעלכע זײַנען פֿאַראַן אין די קאָמונעס אָדער פּריװאַטע אָרגאַניזאַציעס.

פֿאָרשונג און קאָאָפּעראַציע אין דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע

מיר אַרבעטן צו פֿאַרײניקן פֿאָרשונג מיט פּראַקטיק. מיר װילן למשל פֿאַרשפּרײטן פֿאָרשונג װעגן דער ספּעציעלער פּעדאַגאָגיע אויף קאָנפֿערענצן, סעמינאַרן, פֿאַרשײדענע װעבזײַטלעך און אין אונדזער זשורנאַל "ליקאַ װערדע".

מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט אוניװערסיטעטן און קאַלעדזשן אין פֿאַרשײדענע נעצן און מיר זײַנען אַ טײל פֿון בילדונגען און קורסן.

דורך אונדזער אַרבעט אין דעם אײראָפּעישן פֿאַרבאַנד פֿאַר ספּעציעלע באַדאַרפֿענישן און אויסבילדונג פֿאַר אַלע אַרבעטן מיר אויך מיט אײראָפּעישער קאָאָפּעראַציע. אינטערנאַציאָנאַלע קאָנטאַקטן אין נעצן אין אונדזערע געביטן זײַנען װיכטיקע רעסורסן. בפֿרט װען עס קומט צו זעלטנע פּסיכישע און פֿיזישע שװעריקײטן.

מיר אַרבעטן אויך כּסדר צוזאַמען מיט דער שולע-אַדמיניסטראַציע און דער שולע-אינספּעקטאָראַט.

Publicerat onsdag 4 januari 2017 Granskat onsdag 11 januari 2017