די שװעדישע אויסבילדונג-סיסטעם

די שװעדישע אויסבילדונג-סיסטעם האַלט אי ניט פֿרײַװיליקע אי פֿרײַװיליקע מינים שולעס. די עלעמענטאַרשולע איז נײַן יאָר לאַנג און מע מוז לערנען זיך אין איר פֿון דעם װאָס מע איז 7 יאָר אַלט.

עס זײַנען דאָ די עלעמענטאַרשולע פֿאַר די מיט ספּעציעלע באַדאַרפֿענישן און די ספּעציעלע שולע פֿאַר תּלמידים װעלכע פֿאָדערן אַן אַלטערנאַטיװע מין שולע. עס איז פֿרײַװיליק צו באַטײליקן זיך אין דעם קינדערגאָרטן און דער פֿאָרשולע. עס זײַנען אויך פֿאַראַן גימנאַזיע פֿאַר תּלמידים װעלכע זײַנען 16 יאָר אַלט און פֿאַרשײדענע אויסבילדונגען פֿאַר דערװאַקסענע.

ס'רובֿ שולעס זײַנען מלוכישע שולעס אָנגעפֿירט פֿון די קאָמונעס, אָבער עס זײַנען אויך פֿאַראַן אַ סך פּריװאַטע שולעס. ס'רובֿ אוניװערסיטעטן און קאָלעדזשן זײַנען מלוכישע אינסטאַנצן. די אוניװערסיטעטן און די קאָלעדזשן פֿירן זיך אָבער אָן אַלײן אָן מלוכישע אינפֿלוענצן.

גרעסערע בילד פֿון דער שװידישער אויסבילדונג-סיסטעם. 

די געזעץ װעגן שולעס איז דער גרונט פֿון יעדער בילדונג

די שװעדישע געזעץ װעגן שולעס איז דער גרונט פֿאַר יעדער מין אויסבילדונג, פֿון קינדערגאָרטן ביז גימנאַזיע, אַפֿילו דאָס רעכט צו אויסבילדונג פֿאַר דערװאַקסענע. די געזעץ װעגן שולעס זאָגט אַז אויסבילדונג זאָל זײַן צוטריטלעך צו יעדן מענטש אומאָפּהענגיק פֿון מין, עטניציטעט, װוין-אָרט אָדער סאָציאַלער אָדער עקאָנאָמישער שטעלונג. תּלמידים מיט שװעריקײטן זאָלן באַקומען ספּעציעלע אונטערשטיצונג כּדי צו ספּראַװענען זיך מיט דער שולע.

דער שװעדישער פּאַרלאַמענט, די רעדגירונג און די שולע-אַדמיניסטראַציע טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר לערן-פּראָגראָמען, כּללים, אַלגעמײנע עצות און נאַציאָנאַלע אַנטװיקלונג-איניציאַטיװן כּדי צו אָפּהיטן די געזעץ װעגן שולעס. אַנדערע טײלן פֿון דער אָנפֿירונג פֿון דער אויסבילדונג-סיסטעם זײַנען נאַציאָנאַלע טעסטן, אָפּשאַצונגען און אינספּעקציעס.

פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט אויף אַ נאַציאַנאַלן ניװאָ

די רעגירונג טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער שולע אויף אַ נאַציאָנאַלן ניװאָ, דאָס הײסט אַז מע גיט אויפֿגאַבעס צו די שולע-אינסטאַנצן. זײ אֶרבעטן מיט די אָ ענינים:

• די שולע-אינספּעקטאָראַט טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר אינספּעקטירן די שולעס, די אויסבילדונגען פֿאַר דערװאַקסענע, די קינדערגערטנער און אַנדערע פּעדאַגאָגישע אינסטאַנצן.
• די שולע-אַדמיניסטראַציע פֿירט אָן, שטיצט אונטער, אַנאַליזירט און שאַצט אָפּ די אַרבעט פֿון שולע-פֿירמעס, שולעס און קינדערגערטנער כּדי צו פֿאַרבעסערן די קװאַליטעט און די רעזולטאַטן.
• דער אינסטאַנץ פֿאַר דער ספּעציעלער פּעדאָגאָגיע דערגאַנצט די רעסורסן פֿון די קאָמונעס און די שולעס. דער אינסטאַנץ שטיצט שולעס אונטער װען עס קומט צו אינדיװידועלער אויסבילדונג. דער אינסטאַנץ פֿירט אויך אָן ספּעציעלע שולעס פֿאַר די מיט ספּעציעלע באַדאַרפֿענישן.

 

Publicerat onsdag 4 januari 2017 Granskat onsdag 11 januari 2017